Template:Appeal/Kaldari/yi
די אינטערנעץ איז אמאל געווען טאקע קיל.
אין די 90ער יארן איז געווען אויף דער אינטערנעץ אזוי פיל פארשיידנקייט אז מ'האט געשפירט אז מ'געהערט צו א קהילה פון אינטרעסאנטע מענטשן, נישט אזוי ווי היינט, ווען זי איז נישט מער ווי א גרויסע טעלעוויזיע.
איך בין געווען איינער פון די וואלונטירן וואס האבן געשאפן וויקיפעדיע. און מיט א לאנגע צייט צוריק האבן מיר באשלאסן אז טיילן אינפארמאציע און בילדן מענטשן איז וויכטיגער ווי שאפן געלט. דעריבער געהערט וויקיפעדיע אצינד צו א נישט־פאר־רווח ארגאניזאציע, און וועט קיינמאל נישט טראגן רעקלאמעס.
נאטירלעך געלט דארף מען האבן אויסהאלטן די סארווערס און צו באצאלן א קליינעם שטאב. אבער אנשטאט האבן רעקלאמירער און ספאנסארן וואס וועלן באאיינפלוסן אונזער ארבעט, בעטן מיר יעדע יאר פון אונזערע ליינער צו שטיצן מיט זייער געלט אן עכטע געמיינדע פון מענטשן וואס רעפרעזענטירן עפעס באזונדער אויף דער אינטערנעץ. ביטע באטייליקט זיך מיט $5, $10 אדער וויפיל איר האלט דערביי.
נאך יארנלאנג רעדאקטירן וויקיפעדיע, בין איך געווארן אן אנגעשטעלטער ווייכווארג־אנטוויקלער. איך קען אייך זאגן אז דער וויקיפעדיע־אינפראסטרוקטור איז שפיץ שפארעוודיק.
גוגל האט קנאפע איין מיליאן סארווערס. יאהו האט אומגעפער 13.000 אנגעשטעלטע. מיר 400 סארווערס און 73 אנגעשטעלטע.
וויקיפעדיע איז דער נומער 5 וועב ארט און באדינט 422 מיליאן פארשידענע מענטשן א מאנאט-מיט ביליאנען בלאט קוקן.
די בעסטע זאך איז ווען איר זענט מנדב $10 צו וויקיפעדיע, ווערט דאס געטאפלט עטלעכע מאל. אז מען ניצט דעם $10 צו באצאלן פאר איין אנטוויקלער, און ער אנטוויקלט א געצייג וואס 1,000 וואלונטירן ניצן אויף וויקיפעדיע, האט אייער געלט אויפגטון א סאך מער ווי אין אן אנדער וועב ארט.
מיט אייער נדבה קענען מער פארבעסערן וויקיפעדיע ווייטער,און פעסטשטעלן אז כאטש דער טייל פון דער אינטערנעץ בלייבט 'קיל'.
א שיינעם דאנק
רייען קאלדארי
וויקיפעדיע פראגראמירער